Le médecin était juif. Lorsqu'il entendit cela, il lui demanda qui était ce rebbe, il lui dit : "le maguid de Mezeritch". Le médecin dit que s'il pouvait comprendre cela, ce devait être un grand tsadik. Ensuite le médecin se rendit auprès du maguid et devint un grand tsadik. Que le mérite soit notre défense et méritons l'aide juste, amen.
װי דער שליח איז נאָר אַװעק געגאַנגין זעהט ער אַז מען דאַרף װײטער האָבין אַ אַנדערי רעצעפּט. האָט מען אים װידער אום גיקערט. בקיצור עס איז אַזױ גיװען עטליכע מאָהל דער דאָקטער האָט נאָר ניט פֿאַר שטאַנען װאָס דאָס איז ער האָט דאָס קײן מאָהל ניט גיזעהן. אונ װי ער שטײט אַזױ אונ װינדערט זיך זעצט זיך דער חולה אױף אונ זאָגט איך בעט אײך זײט נאָר דאָ אַביסיל איר אַלײן הײלט מיך. װאָרען דער רבי האָט מיר גיזאָגט אַז מיט דעם גרעסטען דאָקטער גײט מיט דער מלאָך רפֿאל אַלײן קען מען גיזינד װערין נאָר אָן רפֿואות. איך האָב דעמאָלס גאָר ניט געױסט װאָס דער מגיד האָט גימײנט דער מיט. אונ הײנט זעה איך אַז עס איז טאַקו אַזױ :
דער דאָקטער איז גיװען אַיוד װי עס האָט דאָס גיהערט האָט ער אים גיפֿרעגט װער איז דער רבי האָט ער אים גיזאָגט דער מעזעריטשער מגיד.האָט דער דאָקטער גיזאָגט אַז ער קען דאָס פֿאַר שטײן מיז ער זײן אײן גרױסער צדיק. דער נאָך איז דער דאָקטער גיפֿאָרין צו דעם מגיד אונ איז גיװאָרין אײן גרױסער צדיק. דער זכות זאָל אױף אונז מגין זײן אונ מיר זאָלין זוכה זײן צי דער רעכטיר הילף אמן.אמן