lundi 8 août 2011

יואל, ישראל און פשקווילים

נעכטן האָב איך געקוקט אַ רעפּאָרטאַזש (אױף ױטוב) װעגן די חסידים, װאָס הײסן נטורי קרתא. דער רעפּאָרטאַזש איז געװען זײער אַן ינטערעסאַנטער, װײל ער שטעלט פֿאָר צװײ מיטגלידער פֿון נטורי קרתא: יואל, װאָס באַטײליקט זיך אין דער אַנטי־ציונותטישסטער גרופּע פֿון נטורי קרתא, און ישראל, אַ מער "ליבעראַלער" מענטש. בײדע װױנען אין מאה שערים און מע קען זען אינעם פֿילם אַ סך שײנע בילדער פֿון דעם קװאַרטאַל. אװדאי קען מען אױך לערנען אַ סך װעגן דעם חסידישן לעבנס־שטײגער בכלל, און װעגן די שפּראַכן, װאָס זײ ניצן בפֿרט.

די עיקרדיקע שפּראַך פֿונעם פֿילם איז עבֿריתּ, אָבער מסתּמא איז עס אַזױ װײל די פֿרױ װאָס טוט די פֿראַגעס קענ נישט קײן ײדיש. װען די עלטערן רעדן צװישן זײ אָדער מיט די קינדער, זײ רעדן אױף ײדיש. פֿון דעסטװעגן עס זעט אױס אַז אין ישראלס מישפּחה רעדט מען אױך אַ ביסל עבֿריתּ. אפֿשר וױיל ער איז אַ מין מוניציפּאַלער דרוקער און מוז אַרבעטן דער עיקר אױף עבֿריתּ, אפֿשר װײל ער איז אַ "ליבעראַלער" חסיד און די שפּראַך װאָס ער ניצט איז נישט קײן גרױסע זאַך פֿאַר אים.

איך װײס, אַז ס'איז נישט קײן חידוש און נישט קײן גרױסע אַנטדעקונג, אַז חסידים רעדן ײדיש צװישן זײ. אָבער איך האָב זײער ליב געהאַט דעם פֿילם און עס איז אַלעמאָל פֿאַר מיר אַ גרױסע הנאה צו הערן אַ ביסל מאַמע־לשון אין אַ טאָג־טעגלעכן קאָנטעקסט.ט

ערשטער טײל
פֿונעם פֿילם