בקיצור דער קעניג האַט זײ ערלױבט. האָבין זײ גיבעטען דעם דאָקטער. אונ ער איז מיט זײ מיט געגאַנגען אונ שטוב. אונ אַקוק גיטוהן אױף דעם חולה. איז ער בײז גיװאָרין װאָס מען האָט אים געבראַכט אַהער. אונ האָט גיזאָגט װאָס בין איך אַגאָט. איך קען מחיה מתים זײן. ער האָט גיװאָלט אַרױס גײן. אָבער ער האָט זיך ניט גיקאָנט דורך שטיפּין דורך דעמ גרױסען עולם װאָס עס איז אַרײן. האָט ער זיך פֿאַר זומט אײן פֿערטיל שעה גיט ער אַקוק אױף דעם חילה האָט ער גיזעהן אַז עס איז גיװאָרין בעסער. עס קען מעגליך זײן אַז עס װעט אים העלפֿען אײן רעצעפּט. האָט ער גיהײסין דער גאַנצער עולם זאָל אַרויס גײן אונ ער האָט זיך גיסעצט און האָט אים בטראַכט אונ האָט אױף געשריבען אײן רעצעפּט אונ האָט אַװעק גישיקט אונ דער אַפּטײק אַרײן צו נעמען דיא רעצעפּט. נוא ער האָט זיך פֿאַר זומט אַביסיל זעהט ער דעם חולה איז פֿול בעסער דאַרף מען שױן יעצט אַן אַנדערי רעצעפּט. האָט ער גישיקט אום קערין דעם שליח אונ האָט אָן גישריבען אײן אַנדערי רעצעפּט.
המשך קומט !ט
המשך קומט !ט
Aucun commentaire:
Enregistrer un commentaire