mardi 7 juin 2011

אײן יאָר מיט ײדיש

מיט כּמעט אַ יאָר צוריק האָב איך אָנגעהױבן זיך צו לערנען ײדיש. איצט קען איך יאָ לײנען צײטונגען, צוהערן צו ראַדיאָ־פּראָגראַמען און פֿאַרשטײן כּמעט אַלעס. אפֿילו מחברים װי שלום עליכם קען איך לײענען און שאַצן טביה'ס שכל (אַװדאי ס'זײנען דאָ אַ סך װערטער װאָס איך קען נישט). דעריבער בין איך טאַקע צופֿרידן, אַז איך לערן זיך ײדיש.ש

אָבער הײנט װיל איך אַ ביסל מער טאָן װי לײענען און הערן, איך װיל ניצן די שפּראַך, אָדער בעסער געזאָגט, איך װיל רעדען און שרײבן אױף ײדיש. שרײבן װעל איך פּרװון אױף דעם בלאָג און בעט אײך, אַז איר זאָלט מיך קאָריפגירן. נאָר רעדען ײדיש, דאָס װעט זײן אַ ביסל שװערער. איך קען קײנעם נישט מיט װעמען איך װאָלט געקענט רעדן ײדיש. איך װעל באַזוכן דעם ײִדישן צענטער אין מײן שטאָט און אָנפֿרעגן זײ אױב זײ פֿירן אָן אַ מין שמועסקרײז.ס


Aucun commentaire:

Enregistrer un commentaire