lundi 6 septembre 2010

Appel / רוף

La revue Parizer Tsaytshrift publiait des poèmes et des nouvelles yiddish mais également nombre d'articles politiques (à gauche toute). Ce court appel ne relève pas forcément de la meilleure littérature yiddish mais il est révélateur de l'ambiance de l'époque...

Appel des intellectuels juifs contre le réarmement de l'Allemagne.

Il y a neuf ans, les fours crématoires se sont éteints et une lumière d'espoir s'est allumée dans le cœur de millions d'hommes. Le militarisme allemand gît sous les ruines de la chancellerie du Reich et les peuples de l'Europe ont respiré librement, croyant qu'alors la bête ne se relèverait plus.

Aujourd'hui, neuf ans plus tard, nous voyons avec horreur et colère que l'on relâche ce monstre et que l'on se prépare à lui fournir les outils nécessaires à de nouveaux meurtres.

(...)

Parizer Tsaytshrift n°4, p. 4, 1954

רוף פֿון די ײִדישע ינטעלעקטועלע קעגן דער װידער-באַװאָפֿענונג פֿון דײטשלאַנד

מיט 9 יאָר צוריק האָבן זיך פֿאַרלאָשן די קרעמאַטאָריעס און אַ ליכט פֿון האָפֿענונג האָט זיך אָפּגעצונדן אין די הערצער פֿון מיליאָנען מענטשן. אונטער די חורבות פֿון דער רײכס-קאַנצעלאַריע איז געלעגן צוגעדריקט דער גערמאַנישער מיליטאַריזם און אין אײראָפּע האָבן די פֿעלקער פֿרײ אָפּגעאַטעמט, גלױבענדיק, אַז אָט די היה װעט מער נישט אױפֿשטײן קײן תחית-המתים.

הײנט 9 יאָר שפּעטער זעען מיר מיט שױדער און צאָרן, װי דער דאָזיקער מאָנסטער װערט אַרױסגעפֿירט פֿון זײן קלעם און מען קלײבט זיך אים אױסצושטאַטן מיט כלי-זין צו נײע רציחות.

די פֿעלקער, װאָס זענען געװען די קרבנות פֿון דײטשן מיליטאַריזם, װילן אָבער נישט, אַז דער היטלער-רוצח זאָל װידער אױפֿשטײן, זאָל װידער פֿאַרגיסן די װעלט מיט אַ ים פֿון בלוט. דאָס פֿראַנצױזישע פֿאָלק דריקט אױס טאָג-טעגלעך אַלץ שטאַרקער און אַנטשײדענער זײן קעגנערשאַפֿט צו די אָפּמאַכט פֿון באָן און פּאַריז, װאָס צילן אױפֿצושטעלן אַ באַנײטן דײטשן מיליטאַריזם, װעלכער, אונטער אַ כלומרשט "אײראָפּעאישען" לבוש, באַדראָט זײן נאַציאָנאַלע אומאָפּהענגיקײט און קיום.

מיר, ײִדישע אינטעלעקטועלע, פּונקט װי אַלע אינטעלעקטועלע אין פֿראַנקרײך, אָן אונטערשײד פֿון אָנשױאונג און אידעאישער אײנשטעלונג, װײסן, אַז דאָס פֿאַרװירקלעכן פֿון די דאָזיקע פּראָיעקטן איז אַ טױט-סכנה פֿאַר אונדזער פֿאָלק, װאָס אַ דריטל פֿון זײנע זין און טעכטער זענען אמגעבראַכט געװאָרן דורכן דײטשן פֿאַשיזם און מיליטאַריזם; אַ טױט-סכנה פֿאַר אונדזערע אָפּגעראַטעװעטע קולטור-װערטן, װי פֿאַר דער מענטשלעכער קולטור בכלל. מיר הױבן דעריבער אונדזערע שטים קעגן די פּראָיעקטן פֿון אױפֿשטעלן אַ נײעם דײטשן רעװאַנש-כוח, װעלכער קאָן נאָר ברענגען נײע אומגליקן און חורבות פֿאַר אונדז, װי פֿאַר דער גאַנצער מענטשהײט.

פּאַריזער צײטשריפֿט 4, 1954, ז. 4,,,

Aucun commentaire:

Enregistrer un commentaire